שמחת החיים
וויאזוי דורכצוגיין די שווערסטע און שענסטע צייטן צוגלייך
שלום בית
א נאנטע געפיל פון אהבה ואחוה צווישן מאן און ווייב
אמונה
א גייסט פון קלארע אמונה אויף שריט און טריט
ארויסגעשטעלטע קורסעס
פאפולערע קורסעס
צופרידנהייט אין שטוב
דער פעקעדזש ענטהאלט אין זיך א פולע סעריע פון לעקציעס וואס זענען געווארן פארגעלערנט פאר חתנים און אינגעלייט און זענען געווארן רעקארדירט בשעת'ן שיעור. דא ווערן דורכגערעדט די וויכטיגסטע יסודות אין לעבן, וועלכע קומען צוניץ אין יעדן מצב פון א מענטשנס לעבן ווי: שלום בית, שמחת החיים, חינוך הבנים, זעלבסט זיכערקייט, ארויסגיין פון פאָביעס, קאָמיוניקאַציע מיטלען און נאך.
לעקציעס אינהאלט
לעקציע 1:
א קלארקייט אינעם יסוד, פארוואס האסטו בכלל חתונה געהאט; איז דיר דען נישט געווען גרינגער אלץ בחור?! צי האט מען חתונה נאר צוליב קינדער וכדומה?!
לעקציע 2:
יעצט אז דו פארשטייסט שוין דעם ציל פון חתונה האבן, וועסטו דא הערן וואספארא פארגעניגן בגשמיות און ברוחניות דו וועסט עררייכן דורכן האבן אהבה צו איר. ווי אויך די מהלך אנצוקומען דערצו.
לעקציע 3:
די אידישע מהלך וויאזוי א מענטש קען אנקומען צו סוקסעס אין יעדן איינצלהייט פון לעבן אנגעהויבן פון שלום בית און געענדיגט ביי געלט, פון גוטע קינדער ביז א שיינע הויז.
לעקציע 4:
פיין, דו ביסט שוין אינטערסירט צו האבן גוטע שלום בית. די פראבלעם איז נאר אז עס קוקט אויס אז זי איז נישט אינטערסירט אנצוקניפן א ליבליכע קשר מיט דיר. וואס טוט מען? וויאזוי קויפט מען איר אפ?
לעקציע 5:
די ליבליכקייט איז ב"ה אויפגעבויעט, אבער איך שפיר אז זי שעצט מיר נישט גענוג. וואס דארף איך אנטוויקלען אין מיר צו געווינען איר שעצע? אט דאס וועסטו פארשטיין אין דעם לעקציע.
לעקציע 6:
ברוך השם, בכלליות איז אלעס פיין. אבער די אידישע היימישע אטמאספער פעלט נאך אין שטוב. איך בין נישט דער גרויסער תלמיד חכם און עובד ה', איז שייך אז איך זאל דאס קענען אריינברענגען אין שטוב?
לעקציע 7:
פיל מאל איז פארהאן עטליכע קלייניקייטן וואס דו פארזעהסט אומווילנדיג און עס שטערט שלום בית. מיט אביסל ידיעות קענסטו זיך - איינשפארן אסאך עגמת נפש.
לעקציע 8:
זי ליידט פון שרעק, נערוועזיטעט, פרעשור און נאך גייסטישע קרענק. אין דעם לעקציע וועסטו זיך אויסלערנען, א לייכטע וועג איר אויסצוהיילן דערפון אינגאנצן.
לעקציע 9:
נישט קיין חילוק צי דו ביסט געבוירן מיט א גוט הארץ, איז דא געוויסע זאכן, וואס ביז א קורצע צייט וועסטו נישט דערקענען וואספארא גוטע הארץ דו האסט אנטוויקלט.
לעקציע 10:
דער ריכטיגער וועג וויאזוי צו לעבן סיי מיטן אייבערשטן און סיי מיט די ווייב, אויף א וועג אז יעדער זאל זיין צופרידן פון דיר, סיי אויבן און סיי אונטן.
לעקציע 11:
אלעס פארט רואיג, אבער אמאל צושפילט זיך געוויסע נאטורן וואס ברענגט אראפ די גאנצע שטוב, ווי צב"ש: איך פאל אריין אין כעס. וויאזוי קען איך זיך איינהאלטן און זיך נישט אויפרעגן אויף איר?
לעקציע 12:
אין דעם לעקציע וועסטו באקומען דעם תורה'דיגן בליק וויאזוי אנצוקוקן דעם אייבערשטן, שכר ועונש, טראגעדיעס און שוועריקייטן צו פארשטיין אז אלעס איז גוט און געשמאק.
לעקציע 13:
קיינער בלייבט נישט דא אויף אייביג. וויאזוי קען מען אויסשטעלן א לייכטע לעבנ'ס שטייגער ארויסצונעמען דאס מאקסימום פונעם לעבן?! אויפטון דאס מערסטע מעגליך?!
לעקציע 14:
צומישט… וויאזוי ברענגט מען אראפ איידעלע קינדער? איך מעג הנאה האבן? איך בין דא צו נעמען אדער צו געבן? וואס איז דער חילוק צווישן זנות און אישות? ארויס גיין פון זיווג מיט א דערהויבענעם געפיל?
לעקציע 15:
וויפיל הערליכע שטיבער זענען געגאנגען צוגרונד צוליב שוועריקייטן אין לעבן. אין דעם לעקציע וועסטו זיך אויסלערנען די ריכטיגע וועג דורכצושווימען אלע סארטן צייטן מיט שמחה און הודאה.
וואכנאכט-ברית
וואס איז די פשוט'ע באדייט פון ברית – א סימבאלישע קשר? וויאזוי גרייט מען זיך דערצו? וואס דארף איך טראכטן? וואס זאל איך מתפלל זיין?
ווארטן א קינד
איר מוט טוישט זיך, זי איז עמפינדליך און סענסעטיוו...
מיט די ספעציעלע הדרכה וועט די ניין חדשים זיין א צייט וואס ענקער קשר וועט נאר ווערן שטערקער און נענטער...
שבת באווארפן
שבת באווארפן איז די גרעסטע טאג אין לעבן, אלעס ווענדט זיך אין דעם שבת. פארוואס? און וואס מיינט עס פאר דיר? וואס דארף מען יעצט טון דערצו? האלט זיך רואיג און פרייליך!
ניינטע חודש
די חבלי לידה איז פיזיש שווער. געבוירן דאס קינד איז שווער סיי פיזיש און סיי גייסטיש. נאכן געבורט קומט נאך צו שווערע געפילן.
די ריכטיגע אנווייזונג צו יעדע צייט וועט פארשפארן אסאך עגמת נפש...
תורה׳דיגע רואיגקייט אין שטוב
לעקציעס אינהאלט
לעקציע 1:
אן ערליכער אינגערמאן לערנט שלום בית.
לעקציע 2:
די שייכות פון שובבי״ם מיט שלום בית.
לעקציע 3:
וויפיל דאס ׳רעדן׳ מאכט אויס פאר א שטוב.
לעקציע 4:
זי מעג זיין פרום אבער נישט אויף זיין חשבון.
לעקציע 5:
..אידישקייט פארט נישט געשמאק? א סימן אז עפעס טויגט נישט.
לעקציע 6:
סך הכל פון אלע לעקציעס.
וויאזוי אויסצולעשן איר עקס-רעי מאשין
פיין, דו ביסט שוין אינטערסירט צו האבן גוטע שלום בית. די פראבלעם איז נאר אז עס קוקט אויס אז זי איז נישט אינטערסירט אנצוקניפן א ליבליכע קשר מיט דיר. וואס טוט מען? וויאזוי קויפט מען איר אפ?
סעלף-עסטיעם
וויאזוי קען איך עררייכן "סעלף-עסטיעם" אויף א געזונטע תורה'דיגע וועג - אז איך זאל נישט ווערן אויס מציאות אין די רגע וואס יענער אנערקענט נישט אין מיינע מעלות?
לעצטיגע קורסעס און לעקציעס
טראכט גוט וועט זיין גוט
ווי קאמיש עס הערט זיך איז עס אבער א פאקט: דו ליידסט ווייל דו ווילסט ליידן! האב אבער רחמנות אויף דעם אויבערשטן וואס אים טוט וויי ווען דו ליידסט.
תפלת שמונה עשרה
דאווענען שמונה עשרה מיינט נישט "האלטן נאכדעם", דאווענען מיינט א צוגעבינדנקייט צום אויבערשטן מיטן פולסטן מאס הכנעה
יום החופה
"מיין טייערער, אויב דו ווילסט עכט תשובה טון, הער דעם שיעור אויף דעם אופן ווי איך וועל דיר אנווייזן, וועסטו מיטן אייבערשטנס הילף אנקומען צו זייער א גרויסע מדריגה פון תשובה. דער שיעור קען זיין ווערד מיליאן דאלער אדער קען עס גאר זיין א שאד אויף די צייט. איך בעט דיר ווען דו הערסט דאס אויס, טוה וואס מיר עצה'נען דיר, דעמאלט קען דאס מאכן א געוואלדיגע טויש אין דיין לעבן. יישר כח.
זיין א שטארקער מאן
צו זיין א שוואכלינג אינדערהיים איז פונקט ווי א 'וויירוס', עס איז אומזעהבאר אבער עס זייעט אן שרעקליכע חורבנות. וואס איז דער פראבלעם און וואס טוט מען דערצו?
ווארטן אויף משיח
דורכאויס די פילע יארן האט זיך שוין אנגעלייגט א היבש ביסל שטויב אויף דעם קנעפל פון "ווארטן אויף משיח". לאמיר עס אויפפרישן מיט א נייע דערהער דערין.
וויפיל השתדלות דארף מען טוהן?
א צומישטקייט! דא רעדט מען אמונה... אמונה... אמונה... און מיטאמאל זאגט מען אז מען דארף טוהן השתדלות און ארבעטן פאר פרנסה... וויאזוי מאכט מען דא סדר???
אהבת ישראל
'אהבת ישראל' איז דער יסוד פון אידישקייט. וואס מיינט דאס 'אהבת ישראל'? פארוואס איז דאס אזוי יסודות'דיג? און וויאזוי קען יעדער פשוט'ער מענטש אנקומען דערצו?
פרשת חיי שרה (Parashat Chayei Sara)
צופרידענע תלמידים פארציילן
החתן ד. ש. שמעלצער
ש א נייהויזער
מ. ח. , ב. ש. שניטצלער
מרת ווייס
י. און ח. עקשטיין
סובסקרייבט אייך פאר אונזער נייעס בולעטין