יום החופה
דעם שיעור איז געאייגענט צו הערן אין דעם יום החופה.
"מיין טייערער, אויב דו ווילסט עכט תשובה טון, הער דעם שיעור אויף דעם אופן ווי איך וועל דיר אנווייזן, וועסטו מיטן אייבערשטנס הילף אנקומען צו זייער א גרויסע מדריגה פון תשובה. דער שיעור קען זיין ווערד מיליאן דאלער אדער קען עס גאר זיין א שאד אויף די צייט. איך בעט דיר ווען דו הערסט דאס אויס, טוה וואס מיר עצה'נען דיר, דעמאלט קען דאס מאכן א געוואלדיגע טויש אין דיין לעבן. יישר כח.
דער שיעור דויערט א שעה און 40 מינוט. מען קען עס נישט אויסהערן צוביסלעכווייז, מען דארף אויסהערן די גאנצע זאך אויף איין מאל אן קיין שום הפסק. שפאר זיך איין אין א שטוב, הער דאס אויס מיט העדפאונס, גרייט אן טישאס נעבן דיר – טאמער עס וועט אויספעלן, מאך צו די אויגן און אזוי הער דאס אויס.
האפנטליך טאמער דו וועסט אזוי טון וועסטו אנקומען צו גאר א הויכע מדריגה פון תשובה, תשובה מאהבה. דער באשעפער זאל אנעמען דיין תשובה און דו זאלסט זוכה זיין צו א גוט לעבן מיט אלעם גוטן. יישר כח.
מיט ליבשאפט,
יעקב משה גאנץ"
קורס איינריכטונג
- צייט פארנעם 1 Hour 46 mins
- לעקציעס 2
- שפראך Yiddish
- סובסקרייבערס 0
אנטשולדיגט! נאכנישט דא קיין קאמענטארן
איר וועט מעגליך גלייכן
שבת באווארפן
שבת באווארפן איז די גרעסטע טאג אין לעבן, אלעס ווענדט זיך אין דעם שבת. פארוואס? און וואס מיינט עס פאר דיר? וואס דארף מען יעצט טון דערצו? האלט זיך רואיג און פרייליך!
בחנם