אונזער טעלעפאן ליין
212.666.5433
MosesGanz@gmail.com
  Register   Login
שפראך   he
  • English English
  • Yiddish Yiddish
Logo Logo
  • היים
  • קורסעס
    • אלע קאטעגאריעס
    • תפלה
    • תורת הנפש
    • מידות
    • אמונה
    • שמחות
    • שלום בית
  • אונזערע פרודוקטן
  • פארומס
  • נדבות
  • צופרידענהייט באריכטן
  • פארבינדט אייך מיט אונז
    • היים
    • קורסעס
    • אונזערע פרודוקטן
    • קאַטעגאָריעס
      • תפלה
      • תורת הנפש
      • מידות
      • אמונה
      • שמחות
      • שלום בית
    • פארומס
    • נדבות
    • צופרידענהייט באריכטן
    • פארבינדט אייך מיט אונז

    עצה פאר פערפעקשאניזם

    • פארומס
    • עצה פאר פערפעקשאניזם

    עצה פאר פערפעקשאניזם

     
    עס איז פארהאן א זאך – בעיקר ביי פרויען – אבער אויך מענער ליידן דערויף, די זאך רופט זיך: "פערפעקשאניזם". דאס הייסט, מען האט זייער שטארק מורא פון א דורכפאל אדער ווי מען רופט עס אויף ענגליש: "פלאַפּ". דאס שטאמט פון א נארישע אפטייטש אין קאפ, אז ווען א מענטש פאלט דורך מיינט דאס אז דער מענטש איז א דורכפאל.

    אבער דער אמת איז פונקט פארקערט: ווען א מענטש פאלט דורך מיינט דאס: ער האט באקומען עקספיריענס. ער ווייסט שוין וואס נישט צו טון און וואס יא צו טון. ווילאנג א מענטש טוט גארנישט, האט ער נישט קיין שום עקספיריענס, ער ווייסט גארנישט וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט, ער איז ווי א גולם. משא"כ א מענטש וואס איז דורכגעפאלן, מיינט דאס אז ער איז געווארן ערפארן, די צווייטע מאל ווייסט ער שוין וואס צו טון, און די דריטע מאל ווייסט ער שוין נאך בעסער וואס און וויאזוי דורכצופירן און ערלעדיגן די זאך.

    אויף דעם זאגט דער פסוק: "שבע יפול צדיק וקם" – דער צדיק פאלט זיבן מאל, און ער שטעלט זיך אויף נאך אלע דורכפעלער. דאס איז פונקט פארקערט ווי א מענטש מיינט, אז דער דורכפאל מאכט דעם מענטש פאר א רשע, און א צדיק איז נאר דער וואס פאלט קיינמאל נישט דורך.

    אין די גוי'אישע וועלט ווייסט מען אז 'טאמס עדיסאן' – דער ערצייגער פון עלעקטעריק, איז דורכגעפאלן מיט זיינע פראבעס איבער צען טויזנט מאל! און ווען מען האט אים געפרעגט: וויאזוי האסטו געקענט דורכפאלן אזויפיל מאל און אנגיין ווייטער? האט ער געענטפערט: איך בין קיינמאל נישט דורכגעפאלן! איך האב נאר פשוט פרובירט! איך האב פרובירט אויף דעם וועג פרובירט יענע וועג, און יעדעס מאל באקומען נאך אן עקספעריענס וואס יא / נישט צו טון!

    דאס איז דער סוד, ער האט עס נישט אנגעקוקט ווי א דורכפאל, ווייל ער האט געשפירט אז 'איך' בין נישט קיין דורכפאל, איך פרוביר נאר צו טון גוטס, און דער וואס פרובירט צו טון גוטס קען נישט זיין קיין דורכפאל.

     

    קאַטעגאָריעס

    • געדאנקען
    • אמונה
    • שלום בית
    • תורת הנפש
    • עבודת השם
    • אהבת ישראל

    Image

    212.666.5433

    MosesGanz@gmail.com

    לינק'ס

    • קורסעס
    • פארומס
    • נדבות
    • פארבינדט אייך מיט אונז

    לעצטיגע קורסעס און לעקציעס

    • טראכט גוט וועט זיין גוט
    • תפלת שמונה עשרה
    • יום החופה
    • זיין א שטארקער מאן
    • ווארטן אויף משיח

    ©copyright 2026 RebYakovMoshe.com

    Powered and Designed by Webary Web Developement

    גייט אריין אין אייער אקאונט

    בלייב אריינגעסיינט
    פארגעסן פעסווארד?
    נאכנישט קיין מעמבער? רעגעסטרירט אייך יעצט

    איבערמאכן דעם פעסווארד

    שטעלט אויס אייער אקאונט

    שוין א מעמבער? גייט אריין אין אייער אקאונט
    • New Courses
    • Enhanced Progress Tracking
    • Notes & Bookmarking
    • Downloadable Material
    • And Much More...
    Got It!

    🚀 Big News! Our New Site is Almost Here! 🎉

    We’ve been working hard behind the scenes, and we’re thrilled to announce that a brand-new website is launching very soon!

    Get ready for a smoother, faster, and more exciting experience, with improved access to your favorite courses, resources, bookmarking, and more.

    📩 Already have an account? No worries! We’ll keep you posted via email with all the latest updates and launch details.

    Stay tuned—the countdown is on! ⏳