צופרידענהייט באריכטן
צופרידענהייט באריכטן
ליין מער
ווען מיר האלטן ביים אנפאנג פון א נייעם יאר,
איז די צייט זייער פאסיג ביז גאר,
אונזערע ווארעמע געפילן אביסל אויסצודרוקן,
און אונזערע הארציגע וואונטשן צ...
י. און ח. עקשטיין
ליין מער
ווען מיר האלטן ביים אנפאנג פון א נייעם יאר,
איז די צייט זייער פאסיג ביז גאר,
אונזערע ווארעמע געפילן אביסל אויסצודרוקן,
און אונזערע הארציגע וואונטשן צו אייך שיקן,
אין די יעצטיגע צייט ווילן מיר די דאנקבארקייט ארויסווייזן,
וואס איר האט געטון באווייזן,
מיט אזויפיל הארץ און געפיל האט איר זיך אין די מצב אריינגעלייגט,
אייביג מיט אייערע גוטע עצות באגלייט,
יעדע טעלעפאן קאלל וואס נאר עס האט אויסגעפעלט,
האט איר מיט אזויפיל רוהיגקייט און געדולד אויסגעהערט,
נאר ה' קען אייך פאר אלעם באצאלן,
זאל ה' אייך געבן כח צו קענען ווייטער אנגיין אויף דעם וועג,
צו העלפן אידישע קינדער אין פרייליכע טעג,
א שמחת יום-טוב און א שמחת תמיד
וואונטשן מיט פיל שעצונג
י. און ח. עקשטיין
ליין מער
להרב החסיד הצדיק האמיתי עוסק במלאכת הקודש – ב"אמונה שלימה", לא מחזיק טובה לנפשיה – צוזאמען מיט זיין אשת חיל הרב יעקב משה גאנץ שליט"א – ורחל תחי' ע...
פ. גרינפעלד
ליין מער
להרב החסיד הצדיק האמיתי עוסק במלאכת הקודש – ב"אמונה שלימה", לא מחזיק טובה לנפשיה – צוזאמען מיט זיין אשת חיל הרב יעקב משה גאנץ שליט"א – ורחל תחי' עמו"ש.
מיר האבן פשוט נישט קיין ווערטער ארויס צו ברענגען אונזער דאנק פאר ענק... עס איז הפלא ופלא אז אין היינטיגן דור זאל זיך געפונען אזא מענטש וואס זאל זיך אזויפיל אוועק געבן – בלב ונפש – צייט און געדולד – ברוחניות וגשמיות – פאר אנדערע!!
השי"ת זאל ענק באצאלן כפל כפליים און זוכה זיין ווייטער מרביץ זיין "השראת השכינה" ביי כלל ישראל און זעהן נחת פון דיינע קינדער און תלמידים מתוך נחת והרחבת הדעת עד ביגוא"צ בב"א.
ליין מער
לכבוד הרב גאנז
עס זענען דא מענטשן איבער די וועלט, גוטע אידן וואס זענען פארנומען מיט פארשידענע חסד ארגענעזאציעס – מי כעמך ישראל! אבער דער סארט חסד פון...
מרת ווייס
ליין מער
לכבוד הרב גאנז
עס זענען דא מענטשן איבער די וועלט, גוטע אידן וואס זענען פארנומען מיט פארשידענע חסד ארגענעזאציעס – מי כעמך ישראל! אבער דער סארט חסד פון אריינברענגן אמת'ע אהבה ושלום אין אידישע שטובער נעמט אריין אלע.
זאל דער אייבערשטער וואס זעט און הערט און ווייסט וויפיל צייט איר געבט אוועקפאר אידישע שטובער אייך באצאלן מיט א שמחה'דיגע זיס לעכטיג יאר און איר זאלט ווייטער קענען אנגיין מיט אייער הייליגע ארבעט געזונטערהייט, און קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו אנדערע.
מרת ווייס
ליין מער
לכבוד הרב גאנז ומשפחתו
מיט א שטיקל הכרת הטוב קום איך דא וואונטשן א כתיבה וחתימה טובה, וואס דו האסט געטון מיט אונז דעם יאר, אונז אויפגעהויבן די שלום ב...
מ. ח. , ב. ש. שניטצלער
ליין מער
לכבוד הרב גאנז ומשפחתו
מיט א שטיקל הכרת הטוב קום איך דא וואונטשן א כתיבה וחתימה טובה, וואס דו האסט געטון מיט אונז דעם יאר, אונז אויפגעהויבן די שלום בית, מיט מדות טובות מיט אמונה ובטחון בלי תשלומין, מיט א גוטע הארץ, צוזאמען מיט די רעבעצן תחי' וואס הייבט אויף די טעלעפאן קאללס כאטש מ'איז טרוד.
איך קען מעיד זיין: אז ווען מען קומט אריין אין הרב גאנז הויז פילט מען א קדושה, און ווען מען רעדט נאר אוף די טעלעפאן לייגט מען אראפ מיט א פרישע כח ווייטער ממשיך צו זיין די לעבן, און אודאי ווען מען האט די זכיה צו גיין רעדן פנים בפנים גייט מען אוועק פיל מיט שמחה; אזוי ווי ווען מען קומט ארויס פון א גרויסע רבי.
זאל דער באשעפער העלפן ענק זאלן זוכה זיין צו לעבן לאנג צוזאמען באחדות געזונט און שטארק באהבה ואחוה ושלום וריעות, און זוכה זיין צו בנים ובני בנים, ליכטיגע ערליכע אידישע קינדער ועל כולם זוכה זיין צו מעמיד זיין תלמידים הגונים עד ביאת גוא"צ במהרה בימינו אמן אמן אמן.
מ. ח. , ב. ש. שניטצלער
ליין מער
לכבוד הרב ר' יעקב משה און דיין טייערע איבערגעגעבענע רביצין תחי'.
וויפל איך טראכט וויאזוי זאל איך ארויסברענגען מיין געפיהלן וויפיל ענק האבן אר...
ש א נייהויזער
ליין מער
לכבוד הרב ר' יעקב משה און דיין טייערע איבערגעגעבענע רביצין תחי'.
וויפל איך טראכט וויאזוי זאל איך ארויסברענגען מיין געפיהלן וויפיל ענק האבן אריינגעלייגט אין מיר, עס איז נישט אראפצושרייבן.
ענק האבן געעפנט מיין מוח זאל טראכטן על דרך הישר, מיין הארץ איז פיל מיט הרגש ענק צו דאנקען.
דער אייבערשטער זאל ענק באצאלן מיט כפלי כפליים, מיט אלעס וואס ס'פעהלט נאך פאר ענקערע לעכטיגע שטוב; ווי מ'זעהט בחוש אז די שכינה רוהעט דארט.
ענקער תלמיד וואס וועט קיינמאל פארגעסן אייער ארבעט.
ש א נייהויזער
ליין מער
לכבוד מיין באליבטע חתן מדריך ר' יעקב משה נ"י.
פון טיפעניש פון הארץ וויל איך אייך באדאנקען פאר די געוואלדיגע און תוכנ'דיגע שיעורים וואס איר הא...
י. יאקאבאוויטש
ליין מער
לכבוד מיין באליבטע חתן מדריך ר' יעקב משה נ"י.
פון טיפעניש פון הארץ וויל איך אייך באדאנקען פאר די געוואלדיגע און תוכנ'דיגע שיעורים וואס איר האט פאר מיר איבערגעגעבן מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבענקייט.
איך וועל מיך אייביג צוריקבענקען צו די בא'טעמ'טע שעה'ן וואס איך פלעג ביי אייך פארברענגען!!!
זאל אייך די באשעפער באשענקען מיט אלעם גוטן,
מיט נחת פון די קינדער און אייניקלעך זאלט איר זיך אלץ דערקוויקען,
איר זאלט פון קיין צרות און פון קיין צער קיינמאל נישט שפירן,
ביז מ'וועט אונז במהרה אונטערן חופה פון משיח פירן.
וואו עס וואונטשט בעת שמחתי אייער תלמיד
י. יאקאבאוויטש
ליין מער
לכבוד הרב ר' יעקב משה גאנץ שליט"א וזוגתו.
ווי הייב איך אן און ווי ענדיג איך?? אנהייבן וועל איך פרובירן אבער ענדיגן דאס איז שוין נישט שייך!!
פון ...
החתן ד. ש. שמעלצער
ליין מער
לכבוד הרב ר' יעקב משה גאנץ שליט"א וזוגתו.
ווי הייב איך אן און ווי ענדיג איך?? אנהייבן וועל איך פרובירן אבער ענדיגן דאס איז שוין נישט שייך!!
פון טיפן הארץ וויל איך ענק וואונטשן א הארציגן יישר כח פאר אלעס וואס איר האט געטון פאר מיר, איר האט זיך ממש אויפגעפירט צו מיר ווי א טאטע צו א קינד, צי זאל עס זיין א גוט ווארט, אייער שמייכל, אדער סתם איבערלערנען א הלכה אדער א שיעור, און מיר אריינברענגען אין אהבת ה', צו וויסן פון אזא מין בחינה אז עס איז דא א אייבערשטער אויף דער וועלט!! און בכלל מיך אויסצולערנען וויאזוי צו זיין א מענטש! (אבער קיין ליגענט וויל איך נישט זאגן, ווייל עס איז נישטא אזא זאך, אז א מענטש איז אויסגעארבעט " פונקטליך", אדער שטייגט מען אדער פאלט מען! וועל איך אביסל טוישן די נוסח: און בכלל מיך אויסצולערנען וויארזוי צו קענען ווערן א מענטש), א גרויסן יישר כח, איך וועל עס אייביג געדענקן!!
איז יעצט וויל איך אייך וואונטשן א ברכה זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן אז עטס זאלטס זעהן אסאך יודיש נחת פון אייערע קינדער, אייניקלעך, אור-אייניקלעך, ביז די 120 געזונטערהייט, און עס זאל ענק קיינמאל גארנישט פעלן.
ווי עס וואונטשט פיל מיט הכרת הטוב פון טיפן הארצן
המצפה לראותכם
החתן ד. ש. שמעלצער
ליין מער
ר' יעקב משה שליט"א.
איך האב נישט קיין ווערטער דיך צו באדאנקען אויף אלעס וואס דו האסט מיר געהאלפן ביז יעצט, און בפרט אריינגעברענגט אין מיין הארץ מ...
החתן ש. ק. גראס
ליין מער
ר' יעקב משה שליט"א.
איך האב נישט קיין ווערטער דיך צו באדאנקען אויף אלעס וואס דו האסט מיר געהאלפן ביז יעצט, און בפרט אריינגעברענגט אין מיין הארץ מער ליב צו האבן דעם אייבערשטער, און קענען מקיים זיין יעדע רגע די מצוה פון ואהבת את ה' אלקיך בכל לבבך וכו'.
זאל דער אייבערשטער דיך צוריק צאלען, און ער וועט זיכער, ווייל וויפיל איך וועל באצאלן וועט נישט זיין גענוג, און ער איז א כל יכול.
איך קען אייך נאר בענטשן מיט א ברכת כהן איר זאלט זיין געזונט און שטארק, איר זאלט ווייטער קענען ברענגן אידישע קינדער נענטער צום אייבערשטען, וימלא ה' כל משאלות לבכם לטובה.
מיט ליבשאפט
החתן ש. ק. גראס
ליין מער
לכבוד הרב ר' יעקב משה גאנץ שליט"א
מיין הארץ איז פיל, וויפיל איך פרוביר, קען איך נישט ארויסברענגען מיין געפילן און דאנקבארקייט פאר אייך. איר האט ז...
י. ווייזער
ליין מער
לכבוד הרב ר' יעקב משה גאנץ שליט"א
מיין הארץ איז פיל, וויפיל איך פרוביר, קען איך נישט ארויסברענגען מיין געפילן און דאנקבארקייט פאר אייך. איר האט זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש, נישט אפשטעלנדיג זיך אויף גארנישט, ווי א טאטע צו א קינד זענט איר דא געווען פאר מיר אויף יעדן טריט, צי וואס עס זארל נאר זיין, זענט איר געווען ביי מיין זייט מיט אזא געטריישאפט.
איך וואונטש פאר אייך, מיט טרערן אין מיין אויגן: מכל הלב – אז איר זאלט אין לעבן פון קיין שום צרה וויסן, איר זאלט זעהן נאר נחת און געזונט ביי אייערע קינדער און תלמידים. דער הייליגער באשעפער זאל אייך באגלייטן אויף טריט און שריט, איר זאלט קענען אנהאלטן אייער עבודת הקדש, מיר זאלן הערן נאר פון שמחות.
א פרייליכן חמשה עשר בשבט און א גוט געבענטשט יאר.
י. ווייזער
ליין מער
פורים תשע"ג
אצינד אז ביים יום טוב פורים מען שטייט,
ווילן מיר צו די דאזיגע געלעגנהייט,
אויסדריקן אונזער דאנקבארקייט,
פאר אייער געוואלדיגע איבערגעגעבנק...
משפחת עקשטיין
ליין מער
פורים תשע"ג
אצינד אז ביים יום טוב פורים מען שטייט,
ווילן מיר צו די דאזיגע געלעגנהייט,
אויסדריקן אונזער דאנקבארקייט,
פאר אייער געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט,
און גרייטקייט ארויסצוהעלפן צו יעדע צייט,
ווען מען זאל צאמנעמען די וועלטס רעכן מאשינען,
און הונדערטע נומערן אריילייגן דערינען,
ווען מען זאל צאמשטעלן פיל פיל פאפירן,
און מיט טויזנטע וועגן און שפראכן פרובירן,
וועט דאס אלעס נישט קלעקן צו געבן צו פארשטיין,
וואס דאס מייינט העלפן אידישע קינדער אנגיין,
מיט אן אפענע אויער זענט איר שטענדיג גריייט,
מיט אייער ערפארונג און פארשטאנד זענט איר אלעמאל באגלייט,
יעדע שעה פון טאג און ביי יעדע מצב און צייט,
און דערצו מיט אזא אויסנאם איבערגעגעבנקייט,
דען עס ליגט אין דעם הארץ און געפיל,
ווארעמקייט געטריישאפט אן א גבול,
פיל מער ווי מען קען אראפשרייבן,
דערפאר מוזן מיר שטיל בלייבן,
דאס זעלבע גלייך איז מיט אונזער חוב, עס איז נישט שייך אויסצודרוקן הכרת הטוב,
פאר אייער פלאג און מי אזוי געטריי,
די ענדלאזע שעות מיט הארציגקייט דערביי,
באצאלן קען אייך נאר הקב"ה אליין,
עס איז דאך זיינע קינדער וואס איר טוט העלפן און מחיה זיין.
א פרייליכן פורים
משפחת עקשטיין
ליין מער
לכבוד הרב גאנץ שליט"א
איך פיל אז אין די יעצטיגע צייט דארף איך שרייבן צו איך און ארויסברענגען מיין הכרת הטוב.
מיר איז געווען באשערט דורכצוגיין די ת...
מרת ג.
ליין מער
לכבוד הרב גאנץ שליט"א
איך פיל אז אין די יעצטיגע צייט דארף איך שרייבן צו איך און ארויסברענגען מיין הכרת הטוב.
מיר איז געווען באשערט דורכצוגיין די תקופה, ווייל אזוי איז געווען רצון השם, און איר האט געהאט די זכות מיר צו העלפן עס דורכצוגיין.
א יישר כח פאר יעדע איינציגע מאל וואס איר האט מיר געשטארקט, איר האט מיר בארואיגט, איר האט מיר מחזק געווען. אז איך קוק צוריק זעה איך וויפיל מאל איר האט מיר צוגעהאלפן איך זאל קענען אויספירן דאס וואס האט אויסגעזעהן אוממעגליך.
מאת ה' היתה זאת – מיר פארשטייען נישט די וועגן פונעם אייבערשטן. מיר קענען נישט פארשטיין פארוואס דאס האט פאסירט, אבער יעדע זאך האט זיין סיבה, יעדע זאך האט א באשטימטע זמן ווען ס'זאל פאסירן. איך האב געהאפט און מתפלל געווען (אזויווי אייך) אז אלעס זאל זיך פירן צום גוטן, אונזערע תפלות זענען זיכער נישט געגאנגען לאיבוד.
יעצט אבער, לויב איך און דאנק דעם אייבערשטן אז מיט זיין סייעתא דשמייא און מיט אייער הילף האב איך געקענט אויסווארטן ביז היינט. די שכר פאר אייער געוואלדיגע מי און הילף דורכאויס די גאנצע צייט וועט זיכער זיך אויסצאלן מיטט פראצענטן.
אצינד וויל איך טאקע אנוואונטשן פאר אייך און אייער בני בית, איר זאלט האבן פיל אידיש נחת פון אייער גאנצע פאמיליע. דער אייבערשטער זאל אייך באגליקן מיט כל טוב וטוב, געזונט, הצלחה און סייעתא דשמייא.
מיר זאלן אלע אויפגעראכטן ווערן אינגיכן מיט אויפבוי פונעם בית המקדש בקרוב אמן!
ליין מער
לכבוד אונזער חשוב'ע רבי עמו"ש
ביי די געלעגנהייט,
וווילן מיר אויסדרוקן געפילן פון דאנקבארקייט,
מיט בלויז א קלייניקייט,
איר האט אייינגעזייט אין מ...
ש. ג. ר.
ליין מער
לכבוד אונזער חשוב'ע רבי עמו"ש
ביי די געלעגנהייט,
וווילן מיר אויסדרוקן געפילן פון דאנקבארקייט,
מיט בלויז א קלייניקייט,
איר האט אייינגעזייט אין מיר ווי א גערטנער אליין,
אריינגעגראבן פעסטע יסודות, קלאר געגבן צו פארשטיין,
אייערע ווערטער אראפגעלייגט מיט זון שטראלן ווארעמקייט,
די שיעורים באוואסערט מיט אזויפיל אינערסאנטקייט,
יעצט ווען די פירות קומען ארויס,
בעטן מיר ביי השם,
אז פון אונז פירות וואס בויען יעצט אונזער מקדש מעט די אידיש הויז,
זאלט איר שטענדיג זעהן פיל אידיש נחת!
א פרייליכן פורים!
פירותך מתוקים