עצה פאר פערפעקשאניזם
אבער דער אמת איז פונקט פארקערט: ווען א מענטש פאלט דורך מיינט דאס: ער האט באקומען עקספיריענס. ער ווייסט שוין וואס נישט צו טון און וואס יא צו טון. ווילאנג א מענטש טוט גארנישט, האט ער נישט קיין שום עקספיריענס, ער ווייסט גארנישט וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט, ער איז ווי א גולם. משא"כ א מענטש וואס איז דורכגעפאלן, מיינט דאס אז ער איז געווארן ערפארן, די צווייטע מאל ווייסט ער שוין וואס צו טון, און די דריטע מאל ווייסט ער שוין נאך בעסער וואס און וויאזוי דורכצופירן און ערלעדיגן די זאך.
אויף דעם זאגט דער פסוק: "שבע יפול צדיק וקם" – דער צדיק פאלט זיבן מאל, און ער שטעלט זיך אויף נאך אלע דורכפעלער. דאס איז פונקט פארקערט ווי א מענטש מיינט, אז דער דורכפאל מאכט דעם מענטש פאר א רשע, און א צדיק איז נאר דער וואס פאלט קיינמאל נישט דורך.
אין די גוי'אישע וועלט ווייסט מען אז 'טאמס עדיסאן' – דער ערצייגער פון עלעקטעריק, איז דורכגעפאלן מיט זיינע פראבעס איבער צען טויזנט מאל! און ווען מען האט אים געפרעגט: וויאזוי האסטו געקענט דורכפאלן אזויפיל מאל און אנגיין ווייטער? האט ער געענטפערט: איך בין קיינמאל נישט דורכגעפאלן! איך האב נאר פשוט פרובירט! איך האב פרובירט אויף דעם וועג פרובירט יענע וועג, און יעדעס מאל באקומען נאך אן עקספעריענס וואס יא / נישט צו טון!
דאס איז דער סוד, ער האט עס נישט אנגעקוקט ווי א דורכפאל, ווייל ער האט געשפירט אז 'איך' בין נישט קיין דורכפאל, איך פרוביר נאר צו טון גוטס, און דער וואס פרובירט צו טון גוטס קען נישט זיין קיין דורכפאל.