זיך אפלערנען פון די הונט
א כלב איז פון לשון 'כולו לב' א שטיק הארץ, מיר קענען זיך אפלערנען אסאך זאכן פון אים וויאזוי צו געבן הארץ סיי כלפי דעם אייבערשטן און סיי כלפי די אייגענע ווייב.
א הונט וועט גיין אין פייער אריין פאר זיין הער, טאמער איינער וועט וועלן טשעפן זיין בעל הבית וועט ער זיך מוסר נפש זיין און טון אלעס אויף דער וועלט, אבי דו זאלסט נישט אנרירן מיין הער – דאס זעלבע א איד וואס איז איין שטיק הארץ צום אייבערשטן וועט נישט צולאזן איינער זאל וויי טון דעם אייבערשטן. אזוי אויך כלפי זיין ווייב וועט ער היטן עס זאל איר גארנישט פאסירן.- ווען דער הער קומט איין אין שטוב לויפט דער הונט צו צום בעה"ב און איז אים מקבל פנים מיט א פרייליכע שמייכל (ווער עס ווייסט וויאזוי א הונט שמייכלט). דאס
- דער כלב האט זייער ליב צו עסן צוזאמען מיט זיין בעל הבית, עס איז נישטא אזא זאך אז דער הער עסט און ער עסט נישט מיט צוזאמען מיט אים.
- ער האט זייער ליב זיך צו שפילן מיט אים שטענדיג, ער שפילט מיט אים באלל אד"ג.
- ער האט אויך ליב זיך צו פאטשעטשן און זיך אריינשטופן אין זיין האר, און זיך פיזיש ליב האבן.
- א כלב העלפט זיין הער טון דאס וואס ער טוט, ווי למשל טאמער דער בעה"ב רוימט אויף, וועט דער הונט אים צוהעלפן אויפרוימען און אזוי יעדע זאך וואס דער בעל הבית טוט. מיט דעם ווייזט ער פאר זיין הער אז ער איז טאקע כולו לב, ער איבערצייגט זיין הארץ.
"מה יקר חסדך אלקים". ווי טייער איז אז א מענטש איז זוכה צו טרעפן די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים – אפילו ווען עס איז א מצב פון "אלקים" – מדת הדין, עס גייט אים שווער און ביטער, עס איז א מיטגעמאכטע צייט, און פונדעסטוועגן דאך מוטשעט ער זיך צו זוכן וואו דער אייבערשטער טוט דאך גוטס מיט אים און ער דאנקט דערויף, דאס איז גאר גאר א טייערע זאך, מה יקר חסדך, ווען עס איז אלקים.
דאס זעלביגע בחינה האבן מיר געטייטשט אין מודים: "מודים אנחנו לך שאתה הוא ה' אלקינו". מיר דאנקן דיר באשעפער אויף דעם וואס דו ביסט דער גוטער השם – דער רחמן – אפילו ווען עס איז אלקינו, מדת הדין, פונדעסטוועגן דאך ביסטו אויך דעמאלט פול מיט רחמנות און גענאדע.